שלום עליכם!
ייִדיש איצט איז אַ קאַמפּאַניע פֿאַרן אָנערקענען ייִדיש װי אַ מינאָריטעט־
שפּראַך אין דײַטשלאַנד.
ייִדיש איז געבוירן געװאָרן אױפֿן שטח פֿון הײַנטיקן דײַטשלאַנד מיט העכער 1000 יאָר צוריק. זינט דעמאָלט רעדט מען װײַטער ייִדיש אָט־אָ דאָ, הגם די שפּראַך האָט זיך פֿאַרשפּרײט אין מיזרח־אײראָפּע און איבער דער גאָרער װעלט.
אַ 5 מיליאָן ייִדיש־רעדנדיקע מענטשן זענען געהרגעט געװאָרן אינעם חורבן. פֿון דעסטװעגן האָט די שארית־הפּליטה אין גיכן אומגעקערט ייִדיש קײן דײַטשלאַנד: דורך שולעס, פּרעסע, טעאַטער, ראַדיאָ און נאָך — אַלץ אויף ייִדיש. נאָר קײן לאַנגע יאָרן האָט ער, צום באַדויערן, נישט געהאַט, אָט דער ייִדיש־ציבור. הײַנט צו טאָג אָבער האַלט די היגע ייִדיש־רעדנדיקע קהילה אין וואַקסן און אַנטוויקלען זיך און מען איז ממשיך די פֿריִערדיקע באַמיִונגען מיט גרױס חשק כּדי אונדזער קולטור זאָל נישט נאָר לעבן
בלײַבן, נאָר טאַקע בליִען.